ניו יארק – פעטה באנען אריין און ארויס פון דער ווארלד טרעיד צענטער סטאנציע אין מאנהעטן זענען נעכטן אפגעשטעלט געווארן פאר א וויילע, און די סטאנציע איז עוואקואירט געווען פאר נאענט צו צוויי שטונדן, נאכדעם וואס שמעק-הינט האבן אויפגעכאפט מעגליכע אויפרייס מאטעריאל. פאליציי זענען אלארמירט געווארן איבער א פארדעכטיגטן זעקל, וועלכע איז באמערקט געווארן ליגן נעבן טרעק נומער צוויי, בערך דריי אזייגער נאכמיטאג, און ווי עס איז דער סטאנדארט, האבן די פאליציי אריינגעברענגט שמעק-הינט צו דערגיין די שפורן וואס ס'ליגט אינעם זעקל, און די הינט האבן זיך גענומען בילן אנדייטנדיג אז עס ליגט דערין אויפרייס מאטעריאל. ווי געשריבן איז די סטאנציע עוואקואירט געווארן און אלע אריינגענג צו דער רעלאטיוו-נייער "אקולוס" סטאנציע, וועלכע געפינט זיך הארט נעבן דעם ארט וואו די פונדאמענטן פון די געפאלענע צווילינג טורעמעס זענען געשטאנען, זענען בלאקירט געווארן. נאך צוויי שעה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער זאק אנטהאלט גארנישט שעדליך, און די סטאנציע איז צוריק געעפנט געווארן, אבער באנען אויף די פעטה ליניעס האבן געליטן עטליכע שעה פארשפעטיגונגען.

בילד: אומזיסטער באמבע שרעק אויף באן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל