ניו יארק סיטי – מער און מער דעטאלן שיילן זיך ארויס איבער דעם דאקטער הענרי בעלאו, וועלכער האט דורכגעפירט די שיסעריי ביים לבנון שפיטאל אין דער בראנקס און דערנאך באגאנגען זעלבסטמארד. נעכטן האט מען געהערט אז בעלאו איז אנגעקומען צום שפיטאל פרייטאג נאכמיטאג און האט פארלאנגט צו זען דאקטער קאמראן אכמעד, און ווען אכמעד איז פונקט נישט געווען אריינגעקומען אין שפיטאל יענעם טאג, האט בעלאו ארויסגענומען זיין רעוואלווער און זיך גענומען שיסן אויף ארומיגע, אומברענגענדיג דאקטער טרעיסי טאם. עס שטעלט זיך ארויס אז בעלאו האט געוואלט שיסן דאקטער אכמעד, באשולדיגנדיג אים אינעם פאקט אז ער איז א צייט צוריק אויפגעזאגט געווארן פון זיין פאזיציע אינעם שפיטאל, אבער דאקטער אכמעד האט געזאגט נעכטן אין אן אינטערוויו אז ער ווייסט נישט פארוואס בעלאו זאל דייקא אים צילן, ער האט נישט געהאט ספעציפיש מיט דעם וואס בעלאו איז ארויסגעווארפן געווארן. מען האט אויך נעכטן געהערט, אז דעם רעוואלווער מיט וועלכע בעלאו האט דורכגעפירט די שיסעריי, האט ער געקויפט אויף א לעגאלן פארנעם אין אפסטעיט ניו יארק בלויז עטליכע טעג צוריק.

בילד: בראנקס שפיטאל שיסער געוואלט נקמה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל