דרום קארעא – די דרום קארעא טעכנאלאגיע ריז "סעמסאנג" האט געמאלדן אז זי האט א פלאן וויאזוי צו שניידן די מאסיווע פארלוסטן וואס זי האט געליטן אלס רעזולטאט פונעם גרויסן צוריקרוף וואס זי האט געדארפט פארארדענען אויף אירע "געלעקסע נאוט 7" סמארטפאונס. דער צוריקרוף איז פארארדענט געווארן מיט א האלב יאר צוריק נאכדעם וואס איינס נאכן צווייטן האט מען געהערט באריכטן וויאזוי די נאוט-7 סעלפאונס עקספלאדירן בשעת מענטשן האלטן עס אין דער האנט, אין קאר אדער אינדערהיים און סיי וואו. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פראבלעם איז א פעלערהאפטיגע באטעריע וועלכע ווערט צו שנעל איבערגעהיצט און ברענגט אז דער פאון זאל עקספלאדירן. סעמסאנג האט למעשה טאקע צוריקבאקומען הונדערטער טויזנטער פון די נאוט-7 סמארטפאונס, וועלכע זי האט שוין געהאט פארקויפט איבער דער וועלט, און צוריקגעגעבן פאר יעדן דאס געלט. אצינד האט זי אונטערגענומען א פראיעקט צו רעסייקלען די צוריקגעקומענע פאונס און אריינשטעלן נייע באטעריעס, אבער זי וועט עס פארלייפיג פארקויפן בלויז אין דרום קארעא, פאר דער פרייז פון 611 דאלער, פיל ביליגער ווי די אריגינעלע פרייז פון 850 דאלער. סעמסאנג זאגט אז די פאונס זענען אינגאנצן איבערגעמאכט און פארזיכערט צו נוצן.

בילד: סעמסאנג וועט פארדינען פון צוריקגערופענע געלעקסיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל