סאודי אראביע – דיקטאטורישע רעזשימען און קעניגרייכן האבן נישט ליב ווען מען קריטיקירט זיי, און זיי אטאקירן ווילד זשורנאליסטן וועלכע וואגן זיך ארויסצורעדן אדער ארויסצושרייבן א ווארט קעגן זיי. אבער אין סאודי אראביע האט גאר עפעס אנדערש פאסירט, ווען א זשורנאליסט איז אריינגעווארפן געווארן אין טורמע פאר'ן צופיל אויסלויבן די ארטיגע מלוכה. די רעדע איז פון ראמאדאן על ענענזי, וועלכער האט געשריבן א קאלום אין א פאפולערע סאודיער צייטונג, אין וועלכע ער האט אויסגעלויבט און אויסגערימט דעם סאודיער קעניג סאלמאן מיט פילע טיטלען און פראזן, ווען צווישן אנדערן האט ער אים פארגליכן צו אן אפגאט. עס איז נישט קלאר צי על ענענזי האט געשריבן דעם קאלום וועלנדיג געפעלן פאר דער קעניגרייך, אלס מורא אז זיי וועלן אונטערדרוקן זיינע זשורנאליסטישע ווערק, אבער אפגעזען וואס זיינע מאטיוון זענען געווען, איז געקומען א פארארדענונג פון קעניג סאלמאן'ס פאלאץ אז על ענענזי'ס קאמענטארן זענען געווען צו עקסטרעם, זיי האבן באליידיגט דעם קעניג, און ער מוז דעריבער ארעסטירט ווערן. אלזא, ווען מ'איז א זשורנאליסט אין אן אויטאקראטיע אדער מלוכה, דארף מען וויסן צו גיין פארזיכטיג צווישן די טראפן.

בילד: ווען א זשורנאליסט לויבט א דיקטאטור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל