וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט א פארדאמונג פון פילע מידיא פיגורן און עטליכע קאנגרעסלייט, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אנגעהאלטן זיין קאמף מיט די ליבעראל-גענויגטע מידיא, באצייכענענדיג זיי אלס "פאלשע נייעס". די פרישע אטאקע פונעם פרעזידענט איז געווען געצילט קעגן דער סי-ען-ען נייעס אגענטור, און ער האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש פון א צוזאמגעשטעלט פאלשע ווידעא, ווי ער אליינס שלאגט און צע'מזיק'ט א פארשוין וועמענ'ס קאפ באשטייט פונעם סימבאל פון דער סי-ען-ען נייעס אגענטור.

פילע האבן באצייכנט דעם פרעזידענט'ס מעסעדזש און ווידעא אלס קינדיש און האבן זיך אויסגעלאכט דערפון, בעת אנדערע האבן געזאגט אז דאס צייגט ווי דער פרעזידענט אדוואקאטירט פיזישע אטאקעס קעגן ליבעראלע מידיא פערזענליכקייטן וועלכע באשמוצן און בארעדן אים טעגליך. די סי-ען-ען נייעס אגענטור זעלבסט האט רעאגירט צום ווידעא מיט סארקאזם, נאכברענגענדיג וואס טראמפ'ס ווארטזאגער סערע סענדערס האט פאריגע וואך געזאגט, אז "דער פרעזידענט טוט אויף קיין שום פאל נישט אדוואקאטירן קיין געוואלדטאטן קעגן רעפארטער".

מ'האט אבער נישט געהערט קיין שום רעאקציע פון הויכראנגיקע רעפובליקאנער סענאטארן און קאנגרעסלייט, וועלכע זענען אלע אויף וואקאציע אין בעפארברייטונג צום יולי 4 חאגע, וואס איז אנדערש ווי ביז יעצט ווען קאנגרעס ספיקער פאול רייען און אנדערע רעפובליקאנער פיגורן האבן נאכאנאנד פארדאמט אזעלכע סארט ווילדע מעסעדזשעס פונעם פרעזידענט. איין רעפובליקאנער סענאטאר, בען סאס פון נעבראסקע, וועלכער האט נישט קיינמאל מורא צו קריטיקירן דעם פרעזידענט, האט יא געזאגט אין אן אינטערוויו, אז טראמפ נעמט דעם אומצוטרוי וואס אמעריקאנער האבן אין די מידיא, און ער באוואפנט עס צו געפארפולע שטאפלען.

בילד: פארדאמונג נאך פרעזידענט טראמפ'ס לעצטיגע אטאקע קעגן דער מידיא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל