מאנסי – דער ווילדער אגרעסיווער דרייווער וועלכער האט פאראורזאכט דעם שרעקליכן עקסידענט אין מאנסי מיט מער ווי דריי וואכן צוריק פון וועלכן א קליין 3 מאנאטיג אידיש קינד איז ל"ע אומגעקומען, איז נעכטן געקלאגט געווארן מיט גאר הארבע מארד קלאגעס. דער פארשוין, וועלכער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס אלבערט גאומעז, איז ווילד ארויפגעפארן אויפן "שאלדער" פונעם רוט-59 שאסיי בשעת די מאמע מיט אירע קינדער האבן דארטן שפאצירט, און דער דרייווער האט אראפגעקלאפט די מאמע און אירע 3 קינדער, פארוואונדענדיג זיי אלע. דאס פיצל 3 מאנאטיג קינד, הילד מאיר ברוין ע"ה, איז דער שווערסטער פארוואונדעט געווארן און האט ליידער אויסגעהויכט די נשמה אין שפיטאל עטליכע טעג נאכ'ן עקסידענט. ראקלענד קאונטי דיסטריקט אטוירני טאמעס זוגיבאי האט נעכטן, ביים מעלדן די 2 מארד קלאגעס און 2 איבערפאל קלאגעס, שטארק פארדאמט דעם דרייווער, זאגנדיג אז אזא ווילדע דרייוון, נאכדערצו ווען עס קאסט לעבנס, וועט נישט טאלערירט ווערן און וועט באשטראפט ווערן מיט'ן הארבסטן. דער דרייווער וועט ערשיינען אין געריכט קומענדיגן דינסטאג און עס ווארט אים א מאקסימום פון 15 יאר טורמע.

בילד: אלבערט גאומעז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל