דאוהא – "רויטערס" האט נעכטן אויפגעדעקט מער דעטאלן איבער'ן אפמאך וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט געשלאסן מיט דער רעגירונג אין קאטאר צו ברענגען אן ענדע צו סיסטעמאטישער שטיצע פאר טעראר גרופעס. קאטאר געפינט זיך יעצט איזאלירט פון דער איבריגער אראבישער וועלט, נאכדעם וואס די אראבישע גרויסמאכטן האבן אפגעהאקט מיט איר עטליכע וואכן צוריק צוליב באשולדיגונגען אז קאטאר לאזט צו שטיצע פאר טעראר, און פון דער ערשטער מינוט פונעם קריזיס, האט די טראמפ אדמיניסטראציע ערנסט געארבעט עס צו ברענגען צו א שליכטונג, ווייל קאטאר איז א קריטישע אליאירטע לאנד פאר אמעריקע. סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט דארטן באזוכט מיט איינס און א האלב וואך צוריק און האט געשלאסן אן אפמאך מיט דער קאטארישער רעגירונג, אז זיי וועלן טאן מער צו באקעמפן טעראר, און נעכטן האט מען געהערט אז דער אפמאך איז נישט געווען סתם לופטיג, נאר ס'האט אריינגענומען קאנקרעטע שריט וואס קאטאר וועט אונטערנעמען, אריינגערעכנט דאס אז 2 הויכראנגיקע פראקורארן פונעם אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט וועלן געשיקט ווערן קיין קאטאר, צו ארבעטן מיט די ארטיגע פראקורארן אויסצוראטן פינאנציעלע שטיצע פאר טעראר. דערווייל האט מען נאכנישט געהערט צי די 4 אראבישע גרויסמאכטן, סאודי אראביע, באכרעין, יונייטעד אראב עמירעיטס און עגיפטן, אקצעפטירן דעם אפמאך.

בילד: אמעריקאנער פראקורארן אין קאטאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל