בערלין – די רעגירונג אין דייטשלאנד האט אונטערגענומען א קאמפיין מיט'ן ציל צו לייגן דרוק אויפ'ן טערקישן פרעזידענט ראסיפ ערדואן, ער זאל זיך זען געצוואונגען אפצושטעלן זיינע אונטערדרוקונגען קעגן מענטשן-רעכט אקטיוויסטן גרופעס אין לאנד. דייטשלאנד שלאגט זיך מיט טערקיי שוין עטליכע מאנאטן, נאכדעם וואס טערקיי האט נישט צוגעלאזט דייטשע רעגירונג געסט צו באזוכן דייטשע זעלנער סטאנציאנירט אין דער טערקישער אינסירליק באזע, און אצינד זאגט דייטשלאנד אז איר זארג איז איבער די פרישע ארעסטן וואס ערדואן האט אונטערגענומען אין ליכט פון די יעצטיגע אפצייכענונגען פונעם ערשטן יארטאג פונעם דורכגעפאלענעם פוטש קעגן אים, אריינגערעכנט דאס ארעסטירן 6 אקטיוויסטן, צווישן זיי א דייטשער בירגער. דייטשלאנד'ס אויסערן מיניסטער זיגמאור גאבריעל האט אין א סטעיטמענט נעכטן געווארנט דייטשע בירגער צו זיין פארזיכטיג ביים רייזן קיין טערקיי, ווייל די טערקישע רעגירונג איז ווילד און אומסטאביל, און באזונדער האט מיניסטער גאבריעל געסטראשעט אז דייטשלאנד וועט ארויסציען גרויסע אינוועסטמענטס פון טערקיי.

בילד: דייטשלאנד לייגט דרוק אויף ערדואן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל