טעהראן – די רעגירונג אין קואוועיט האט פארארדענט אז דער איראנער אמבאסאדאר זאל פארלאזן דאס לאנד אין די קומענדיגע 48 שטונדן, וואס דאס פארשארפט די באנייעטע אנגעצויגנקייט צווישן איראן און קואוועיט אויף א פרישן שטאפל, מער ווי א יאר נאכדעם וואס די קואוועיטער רעגירונג האט אויפגעדעקט אז איראן האט אפערירט א שפיאנאזש רינג אין קואוועיט. א געריכט אין קואוועיט האט פאראיאר דערקלערט 23 מענער שולדיג, אריינגערעכנט איין איראנער און 22 קואוועיטער, אין שפיאנירן פאר איראן און כיזבאלא – א באשולדיגונג וואס איראן האט געלייקנט, זאגנדיג אז זי פארמאגט נישט קיין שום שפיאנען אין קואוועיט. זינט יענעם געריכט פראצעס, האבן זיך די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער נאר פארערגערט. אין א סטעיטמענט צו איראנער נייעס אגענטורן, האט א ווארטזאגער פאר דער איראנער רעגירונג געזאגט, אז קואוועיט איז זיכער געווען אונטער דרוק פון סאודי אראביע – איראן'ס בלוט-שונא – ארויסצואווארפן דעם אמבאסאדאר, סתם פאר פאליטישע חשבונות.

בילד: קואוועיט פארשיקט איראנער דיפלאמאטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל