ירושלים – איינוואוינער אין ירושלים און איבער גאנץ ארץ ישראל זענען שטארק באזארגט איבער'ן היינטיגן פרייטאג, נאכדעם וואס עטליכע פאלעסטינער טעראר גרופעס האבן דערקלערט דעם היינטיגן פרייטאג אלס א "טאג פון צארן" מיט'ן ציל דורכצופירן מאסיווע ראיאטן, פראטעסטן און אויך אטאקעס ה"י איבער'ן לאנד, אלס נקמה איבער דעם וואס די מדינת ישראל רעגירונג האט איינגעצוימט צוטריט צום הר הבית פאר אלע אראבער, אין שאטן פון דער טעראר אטאקע וואס האט פאסירט מיט א וואך צוריק.

אין אמעריקע האט מען געהערט אז די טראמפ אדמיניסטראציע פרובירט צו ארבעטן צו ברענגען אן ענדע צום שטרייט ארום דעם הר הבית, דורכ'ן פועל'ן ביי די איזראעלישע אויטאריטעטן, זיי זאלן טיילווייז אוועקנעמען די נייע "מעטאל דעטעקטארס" ביי די הר הבית אריינגענג – וואס דאס האט געברענגט דעם שרעקליכן אראבישן אויפברויז – אבער ווי עס האט אויסגעזען נעכטן נאכט, האט זיך גארנישט אויסגעארבעט, און די גרופעס פון פאטאח, כאמאס און די פאלעסטינער אויטאריטעט זעלבסט, האט גערופן פאר מאסן פראטעסטן.

בילד: זארג איבער פאלעסטינער "טאג פון צארן" היינט אין ירושלים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל