ניו יארק – שכנים פונעם אפגעשפארטן "בית המדרש מקוה ישראל" אין דער בראנקס, האבן זיך אנגעהויבן באקלאגן, אז מענטשן האבן אין די לעצטע מאנאטן אנגעהויבן אנהויפענען מיסט פארנט פונעם שוהל, אז עס ווערט ממש אוממעגליך צו וואוינען דערנעבן.

דער שוהל האט זיך געגרינדעט אין יאר תש"ג, ווערנדיג אוועקגעשטעלט קעגנאיבער דעם "בראנקס קאונטי" געריכט הויז. יארן לאנג איז עס געווען איינס פון די מערסט-אקטיווע שוהלן אין דער בראנקס, וואו עס האט געבליעט אידישקייט, דער לעצטער רב פונעם שוהל איז אבער געשטארבן אין יאר 2003, און דאן האט זיך עס פארשלאסן, ווייל ס'איז שוין בכלל נישט געווען קיין צען אידן צו קומען אהין פאר מנין יעדן טאג. אצינד שטייט ליידער דער שוהל וויסט און פוסט, און מענטשן האבן אנגעהויבן אהינלייגן הויפנס מיסט, ברוכווארג פון אלטע מאשינעריי און ענליכס, און קיינער קימערט זיך נישט דערמיט.

דער לעגאלער אייגנטימער פונעם שוהל איז אן אנאנימער מאן אין הארטסדעיל, ניו יארק, און ער האט זיך דערווייל נישט אנגערופן איבער'ן פרישן זארג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל