פוילן – א לעצטיגער שווערער שטורעם וואס האט זיך אראפגעלאזט אויף טיילן פוילן, האט געברענגט דערצו אז פילע מציבות אינעם גרויסן צענטראלן בית החיים אין ווארשא זאלן געשעדיגט ווערן. א חרדי'שער איד וועלכער איז ארומגעפארן אין אייראפע אויף מקומות הקדושים און איז אנגעקומען צום ווארשעווער בית החיים, וועלכע ווערט באטראכט אלס איינע פון די גרעסטע אידישע בתי חיים אין גאנץ אייראפע, האט באלד געזען וויאזוי פילע הונדערטער מציבות ליגן אויף דער ערד, א סך פון זיי צעשטיקלט אויף שטיקער, נאכדעם וואס גרויסע צווייגן און שטאמען פון ביימער זענען ארויפגעפאלן אויף זיי, און ס'איז נישטא ווער ס'זאל זיך אומקוקן און עס פאררעכטן, ווייל די שטאטישע באאמטע קימערן זיך נישט און די אידישע געמיינדע אין ווארשא האט זעט זיך אויס ליידער פארגעסן פונעם בית החיים. דער בית החיים איז 83 אקער-לאנד גרויס און פארמאגט נאענט צו א פערטל מיליאן מציבות, אויסער די עטליכע מאסן קברים פון אידן וועלכע זענען אומגעקומען ביים ווארשעווער געטא אויפשטאנד. צווישן די גרויסע אידן און צדיקי עולם וועלכע ליגן דארטן, זענען די אדמורי"ם פון ווארקא, אמשינאוו, ראדזימין, ביאלא, סלאנים, מאדזשיץ, סטריקוב, סאכאטשאוו - זכותם יגן עלינו.

בילד: שטורעם שעדיגט ווארשעווער בית החיים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל