וואשינגטאן – א באריכט אין "בלומבערג ניוז" האט נעכטן אויפגעדעקט, אז דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מולער, וועלכער פירט די אויספארשונג איבער טראמפ און רוסלאנד, האט אויסגעברייטערט זיין אויספארשונג און וועט אויך אריינקוקן אין פרעזידענט טראמפ'ס פינאנצן. דער באריכט קומט איין טאג נאכדעם וואס טראמפ האט געזאגט אין אן אינטערוויו אז ער ווארנט מולער נישט אריינצוקוקן אין זיינע פינאנצן, נאר ער זאל זיך האלטן צו זיין דזשאב אויסצופארשן די מעגליכקייט אז רוסלאנד האט זיך אריינגעמישט אין די וואלן און די באשולדיגונגען אז געוויסע אינעם טראמפ קאמפיין האבן קאאפערירט מיט רוסלאנד. לויט'ן "בלומבערג" באריכט, האט מולער אנגעהויבן אויספארשן דאס וואס רוסישע רייכע אינדיווידועלן האבן אין די לעצטערע יארן געקויפט טראמפ פראפערטיס, און אויך ספעציפיש דאס וואס טראמפ האט פארקויפט א לוקסוריעזן היים אין פלארידע פאר א רוסישן אליגארך, און דאס וואס ער האט דעוועלאפט א געביידע אינעם סאהאו געגנט אין מאנהעטן, וואו רוסישע פיגורן זענען געווען פארמישט. טראמפ'ס לאיער דזשאן דאוד האט אין א סטעיטמענט רעאגירט צו די באריכטן, זאגנדיג אז ער האלט אז מולער פארלעצט זיין אויטאריטעט מיט'ן אויספארשן טראמפ'ס פינאנצן, ווייל ער איז געשטעלט געווארן בלויז אויף אויסצופארשן די עלעקשאן פון יאר 16'.

בילד: מולער פארשט טראמפ פינאנצן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל