וואשינגטאן – אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט געזאגט אז ער האט נישט קיין שום פלענער אפצוטרעטן פון זיין אמט, נאר ער וועט פארבלייבן אטוירני דזשענעראל "אזוי לאנג ווי עס איז פאסיג". זיינע קאמענטארן זענען געווען אין רעאקציע צו אן אינטערוויו וואס טראמפ האט געגעבן, וואו ער האט זיך אויסגעדרוקט גאר שארף קעגן סעשאנס און ספעציפיש קעגן דעם וואס סעשאנס האט זיך אפגעזאגט פון דער רוסלאנד אויספארשונג, זאגנדיג אז ווען ער ווייסט ווען אז סעשאנס גייט דאס טאן, וואלט ער קיינמאל אים נישט גענומען אלס אטוירני דזשענעראל. באזונדער האט מען געהערט נעכטן אז ווייסע הויז באאמטע זענען געווארן געכאפט אין שאק ווען די אינטערוויו מיט טראמפ'ס נעגאטיווע קאמענטארן אויף סעשאנס איז פובליצירט געווארן, ווייל קיינער האט זיך נישט געגלייבט אז טראמפ וועט זיך אזוי פאררעדן אין דער עפנטליכקייט קעגן סעשאנס, טראץ וואס עס איז קלאר פאר אלע וועלכע זענען נאנט צום פרעזידענט, אז ער ברויזט גאר שטארק אין די לעצטערע מאנאטן אויף סעשאנס, צוליב וואס ער האט נישט באוויזן אפצושטילן דעם רוסלאנד סקאנדאל.

בילד: סעשאנס: איך בלייב אטוירני דזשענעראל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל