סאן פראנציסקא – דער אמביציעזער עלאן מאסק, גרינדער פון "ספעיס-עקס", "טעסלא" און "הייפערלופ", האט נעכטן געזאגט אז ער האט באקומען אן אומאפיציעלע באשטעטיגונג פון דער טראמפ אדמיניסטראציע אז זיי וועלן אים ערלויבן אויפצובויען א "הייפערלופ" אונטערערדישע פארגעשריטענעם באן סיסטעם וועלכע וועט פארבינדן וואשינגטאן די-סי און ניו יארק סטעיט, צולייגנדיג אז אויב די פלענער וועלן טאקע ווערן א רעאליטעט, וועט מען קענען פארן פון ניו יארק קיין וואשינגטאן די-סי אין בלויז 29 מינוט! מאסק האט זיך געטראפן פארלאפענעם מערץ מיט פרעזידענט טראמפ און ער האט דאן אויפגעברענגט פאר'ן פרעזידענט דעם געדאנק פון זיין "באורינג" פירמע, וועלכע וועט גראבן פארגעשריטענע אונטערערדישע טונעלן פאר עטליכע סארט טראנספארטאציע, און באזונדער האט דער ווייסער הויז נאציאנאלע עקאנאמישער קאונסיל דירעקטאר, גערי קאהן, אין אפריל אויסגעלויבט מאסק'ס געדאנק פון בויען אונטערערדישע טונעלן און אוועקשטעלן זיין אולטרא-שנעלע "הייפערלופ" באן סיסטעם.

בילד: אומאפיציעלע באשטעטיגונג פאר "הייפערלופ"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל