וואשינגטאן – דער אמעריקאנער טרעזשורי דעפארטמענט האט געמאלדן אז זי האט ארויפגעשטעלט א שטראף פון צוויי מיליאן דאלער אויף "עקסאן מאביל" איבער דעם וואס די פירמע האט פארלעצט אמעריקאנער סאנקציעס. די אמעריקאנער רעגירונג זאגט אז עקסאן מאביל האט אין מאי יאר 14' פארלעצט אקטיווע סאנקציעס קעגן רוסלאנד, ווען צוויי פירמעס וואס זענען פארבינדן מיט עקסאן מאביל האבן אונטערגעשריבן ביזנעס דיעלס מיט איגאר סעטשין, וועלכער איז דער טשעירמאן פון דער רוסישע אויל פירמע ראסנעפט און איז אונטער אמעריקאנער סאנקציעס צוליב רוסלאנד'ס מיליטערישע שריט אין אוקראינע. בשעת עקסאן מאביל איז באגאנגען די סאנקציעס פארלעצונג, האט געדינט אלס הויפט עקזעקוטיוו פון דער פירמע, רעקס טילערסאן, דער יעצטיגער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, וועלכער האט זיך דאן אויסגעדרוקט אז ער האלט נישט פון סאנקציעס בכלל, ווייל ער זעט נישט ס'זאל עפעס אויפטאן און טוישן.

הוסף רשומת תגובה