בילד: שטורעם ארום סאמאליער אפיציר האלט אן

מינעסאטע – אין אמעריקע קאכט זיך א שטורעם שוין עטליכע טעג, נאכדעם וואס א פאליציי אפיציר אין מינעאפאליס, מינעסאטע האט געשאסן צום טויט אן אויסטראליע-אפשטאמיגע פרוי. די פרוי האט געהאט אלארמירט די פאליציי צוליב אן עמורדזשענסי, און ביים אנקומען צום הויז, האט דער אפיציר מוכאמעד נאאור (Mohamed Noor) ארויסגענומען זיין רעוואלווער און געשאסן די פרוי צום טויט – וואס ער האט שפעטער געזאגט אז ער האט געהערט א מאסיוון זעץ און האט זיך געשפירט אין א לעבנס געפאר פון איר. די רעאקציעס צום פאטאלן אינצידענט זענען זייער קאלירפול און היציג, וויבאלד די ווייסע גרופעס וועלכע נעמען זיך געווענליך אן פאר די רעכטן פון פאליציי אפיצירן אין אזעלכע פעלער, שרייען יעצט אז דער אפיציר איז יא שולדיג, און פון די אנדערע זייט טוען זיך שווארצע גרופעס אננעמען פאר די רעכטן פונעם אפיציר און נישט פאר'ן אומשולדיגן געשאסענעם – וואס דער אינטערעסאנטער טויש איז צוליב וואס דער פאליציי אפיציר איז א סאמאליער אפשטאמיגער, און עס איז שווער צו פארלייקענען אז זיין ראסע שפילט א ראלע אין דעם אז די ווייסע זענען קעגן אים. אלנפאלס, האט מען נעכטן געהערט אז די פאמיליע פון דער פרוי האבן אויפגענומען דעם לאיער באב בענעט (וועלכער האט אויסגעהאמערט א 3 מיליאן דאלער שליכטונג צווישן די מינעסאטע פאליציי און די פאמיליע פונעם אומשולדיגן שווארצן פילאנדא קעסטיעל וועלכער איז געשאסן געווארן דורך פאליציי אפיצירן), און די פאמיליע פלאנירט אן אנקלאגע.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל