ניו יארק סיטי – דער מאסיווער רעלאטיוו-נייער טראנזיט סטאנציע ביים ווארלד טרעיד צענטער אין מאנהעטן, ליידט פון ערנסטע פראבלעמען מיט וואסער ליעקס, און נעכטן אינדערפרי, טראץ וואס עס האט נישט גערעגנט, איז וואסער גערונען פונעם דאך פון דער סטאנציע, אראפ אויף די טייערע מארמארנע פאדלאגעס, און די ארבעטער זענען געווען געצוואונגען אריינצוברענגען ספעציעלע ריזיגע אמפערס, אז דאס וואסער זאל זיך נישט אויסשפרייטן און שאפן א גליטש-געפאר. די אנטוויקלונג איבער די וואסער ליעקס איז שטארק אנטוישנד, וויבאלד די סטאנציע, באקאנט אלס "דער אקולוס" (The Oculus) מיט איר הערליכן און קונצליכן ארכיטעקטור, האט אפגעקאסט פאר ניו יארק סטעיט 4 ביליאן דאלער אויפצובויען, אבער א ווארטזאגער פאר דער פארט אויטאריטעט האט געזאגט אז די ליעקס איז נישט די שולד פון דער טראנזיט סטאנציע, נאר פון א דערנעבנדיגער קאנסטרוקציע ארט.

בילד: "אקולוס" סטאנציע ליידט ליעק פראבלעמען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל