שפאניע – די רעזולטאטן פון א קליינע שטודיע דורכגעפירט אין שפאניע, איז נעכטן פארעפנטליכט געווארן, און עס קומט אין דער גוטער צייט, ווען מען האלט אינמיטן דעם זומער סעזאן, בעת פילע מענטשן גייען שווימען זיך אביסל אפצוקילן פון די שרעקליכע היצן. די שטודיע צייגט אז רוב "לייף גארדס" וועלכע היטן ביי פובליק שווים באסיינען און וואסער פראנטן, וועט זייער אינסטינקט זיי זאגן, אז נאכדעם וואס זיי האבן דורכגעפירט א רעטונג, ארויסשלעפנדיג עמיצן פון וואסער, זאלן זיי זיך גיין אפרוען, ווייל ס'איז נישט קיין גרינגע זאך – אבער אין רעאליטעט איז בעסער אז מען זאל באלד נאך א רעטונג זיך נעמען מאכן שווערע איבונגען און ווייטערדיגע לייף גארד טרענירונגען, וואס דאקטער בארסעלא פורעלאס, וועלכער האט דורכגעפירט די שטודיע, זאגט אז דאס האט א פסיכאלאגישן אפעקט אויפן לייף גארד, ווייל די טרענירונגען וואס מען מאכט באלד נאך א רעטונג, קומט אינאיינעם מיט'ן געדאנק אז די טרענירונגען איז טאקע וויכטיג און קומען צומאל צונוץ צו ראטעווען לעבנס.

בילד: אינטערעסאנטע שטודיע פאר לייף-גארדס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל