פלארידע – עס שטעלט זיך ארויס אז אויב וויל מען זיין א "דראג דיעלער", דארף מען האבן מינימום פארלאנגטע מענטשליכע שכל...

די פאליציי אין פארט וואלטאן, פלארידע זאגן אז זיי האבן עטליכע טעג צוריק באקומען א מאדנעם טעלעפאן רוף, און דער אריינרופער איז געווען פארפאניקט, זאגנדיג אז ער איז א דראג דיעלער, און איינער האט אוועקגערויבט זיינע הויפנס דראגס. דער אריינרופער איז געווארן אידענטיפיצירט אלס דער 32 יעריגער דעיוויד בלעקמען, און די פאליציי זענען באלד אראפגעפארן צו זיין אדרעס, אבער זיי האבן אים נישט ארעסטירט, נאר געווארט ער זאל זיי דערציילן מער דעטאלן, און צייגן אנדערע הויפנס דראגס וועלכע זענען "צו מזל" נישט גערויבט געווארן פון אים. נאכדעם וואס ער האט געענדיגט אלעס דערציילן און צייגן, האבן אים די פאליציי אפיצירן געקייטלט און ארעסטירט.

בילד: א דראג דיעלער אן קיין שכל...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל