וואשינגטאן – דער "וואשינגטאן פאוסט" באריכטעט אז די פעדעראלע רעגירונג האט אויפגעגעבן איר מיסיע צו טרעפן א נייעם הויפטקווארטיר פאר די עף-בי-איי. די לעצטע צענדליגער יארן איז די עף-בי-איי הויפטקווארטירט אין דער "דזשעי עדגאר האווער געביידע", וועלכע איז איינס פון די מערסט-באשיצטע צעמענטענע געביידעס איבער דער וועלט, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט ווייט פון פראקטיש אנצוגיין מיט די אפעראציעס אין דער געביידע, האט מען דעריבער בערך מיט א צען יאר צוריק אונטערגענומען א קאמפיין אוועקצוציען די עף-בי-איי הויפטקווארטירן פון דער געביידע, דאס פארקויפן פאר ריעל עסטעיט דעוועלאפערס, און נוצן דאס געלט פאר איינצוהאנדלען א נייעם הויפטקווארטיר, אין צוגאב צו נאך 2 ביליאן דאלער פון שטייערצאלער געלטער פאר'ן נייעם הויפטקווארטיר. למעשה האט אבער די פעדעראלע "דזשענעראל סערוויסעס אדמיניסטראציע" געפאסט א באשלוס אויפצוגעבן דאס זוכן א נייעם הויפטקווארטיר, זאגנדיג אז עס איז נישטא די נויטיגע הויכראנגיקע איינגעשטעלטע אנצופירן מיט דעם זוכעניש.

בילד: עף-בי-איי זוכט מער נישט קיין נייעם הויפטקווארטיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל