וואשינגטאן – דער פענטאגאן האט נעכטן געמאלדן אז זיי האבן סוקסעספול דורכגעפירט א טעסט אראפצושיסן א מיטל-שטרעקיגן מיסיל, נוצנדיג דאס ערשטע מאל די "טעעד" מיסיל פארטיידיגונגס סיסטעם אין א סוקסעספולן אראפשיס. דער אראפשיס טעסט איז שוין געסקעדזשועלט געווארן לאנגע מאנאטן צוריק, אבער עס האט באקומען א פרישע ערנסטע באדייט אין ליכט פונעם מיסיל טעסט וואס די קאמוניסטישע צפון קארעא האט פאריגע וואך דורכגעפירט אויף אן אינטערקאנטינענטאל באליסטישן מיסיל. דער מיסיל וואס די נעכטיגע טעסט האט אראפגעשאסן, איז געווען א מיטל-שטרעקיגע מיסיל, ווי געשריבן, וואס דאס איז די סארט וואס צפון קארעא אנטוויקלט גאר אסאך דערפון, טראץ וואס איר טעסט פאריגע וואך איז געווען אויף א לאנג-שטרעקיגן מיסיל. דער נעכטיגער טעסט איז דורכגעפירט געווארן ווען א מיסיל איז ארויסגעשאסן געווארן פון אן אמעריקאנער באזע אין האוואאי, און א "טעעד" מיסיל שוץ סיסטעם סטאנציאנירט אין אלאסקע האט עס אראפגעשאסן אין דער לופטן.

בילד: מיסיל אראפשיס פרואוו דורך סוקסעספול

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל