בראנקס – הונדערטער ניו יארק סיטי פאליציי אפיצירן האבן סימבאליש פראטעסטירט קעגן מעיאר ביל דעבלאזיא, ביים זיך אוועקדרייען און צייגן דעם רוקן בשעת דעבלאזיא האט געגעבן זיין רעדע נעכטן ביי דער באגרעבעניש צערעמאניע פון אן אפיציר מיאסאטיס פאמיליא, וועלכע איז אומגעברענגט געווארן דורך א ברוטאלן פארשוין אין דער בראנקס פאריגע וואך. דעבלאזיא האט געגעבן זיין רעדע אינעווייניג אין א לאקאלער קירכע, און די אפיצירן, שטייענדיג אינדרויסן, האבן זיך אוועקגעדרייט בשעת'ן הערן דעבלאזיא'ס רעדע דורך די הויכהילכער. דאס האט דערמאנט פונעם סימבאלישן פראטעסט וואס פאליציי אפיצירן האבן דורכגעפירט אין יאר 15' ביי דער באגרעבעניש צערעמאניע פונעם דערמארדעטן פאליציי אפיציר ווענזשיען ליו. דעבלאזיא איז יעצט געקומען אונטער קריטיק פאר'ן פארן קיין אייראפע צו פראטעסטירן קעגן טראמפ, אין דער צייט וואס די סיטי איז געווען אויפגעטרייסלט נאך דער שיסעריי פון אפיציר פאמיליא.

בילד: אפיצירן פראטעסטירן קעגן דעבלאזיא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל