ניו יארק – מער ווי טויזנט ארבעטער אין די ניו יארקער ראיאן לופטפעלדער, ווי קענעדי, לאגווארדיע און נוארק, גרייטן זיך צו גיין אויף א מאסיוון סטרייק. די ארבעטער זענען איינגעשטעלט אין דער "פריים-פלייט" פירמע וועלכע שטעלט אהער סערוויסעס פון אויפנעמען פאסאזשירן פאר טשעק-אין, רייניגן פארשידענע טיילן פונעם לופטפעלד און די פליגערס, און אין די דערמאנטע ניו יארקער לופטפעלדער טוען זיי די סערוויסעס פאר די "אמעריקען עירליינס", "דזשעט בלו" און "יונייטעד עירליינס" לופטליניעס. די פירערשאפט אינערהאלב "פריים-פלייט" טוט נאכאנאנד אונטערשטעלן פיסלעך אונטער די פרואוון פון די ארבעטער זיך צו ארגאניזירן אלס א יוניאן, סטראשענדיג זיי מיט געהאלט–שניטן און אנדערע זאכן. עקספערטן זאגן אז עס וועט זיך שטארק שפירן דער אפעקט, אויב דער סטרייק גייט טאקע אריין אין קראפט, ווייל עס וועט זיין שווער צו טרעפן שנעלע ערזעצער, וויבאלד מ'דארף האבן ערלויבעניש צוצוקומען צו האקעלע זיכערהייט ערטער אינעם לופטפעלד, און די ערלויבעניש קריגט מען נישט אזוי גרינג.

בילד: לופטפעלד ארבעטער ווילן דורכפירן סטרייק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל