קאליפארניע – פעדעראלע אויטאריטעטן האבן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט א פארשוין אין קאליפארניע, וועלכער ווערט באשולדיגט אין אנפירן א מאסיוון ריעל עסטעיט פאנזי שווינדל, בארויבנדיג אינוועסטירער פון ארום צוואנציג מיליאן דאלער. דער פארשוין סעט דעפיאנא (Seth Adam Depiano) האט אנגעפירט עטליכע יאר א פאנזי שווינדל, אין וועלכע ער האט באוויזן איבערצורעדן רייכע ריעל עסטעיט אינוועסטירער, זיי זאלן אים אהינגעבן זייערע אינוועסטמענט געלטער, און ער האט פארשפראכן דאס צו אינוועסטירן אין געוויסע שטחים און געביידעס, צייגנדיג פאר זיי דעטאליזירטע פלענער פון די געביידעס וואס ער וועט אפקויפן מיט די געלטער, און זיי וועלן קריגן פראצענטן פון די פראפיטן. למעשה האט דעפיאנא ניטאמאל געהאט קיין לעגאלע אויטאריטעט צו קויפן אדער פארקויפן די פראפערטיס וועלכע ער האט איינגערעדט פאר זיינע אינוועסטירער אז ער האנדלט דערמיט, נאר ער האט געדרייט מיט געלטער, באצאלנדיג פאר אלטע אינוועסטירער מיט געלט וואס ער האט באקומען פון נייע אינוועסטירער, ביז די פעדעראלע אויספארשער זענען געקומען אויף זיינע שפורן, און ער איז ארעסטירט געווארן.

בילד: ריעל עסטעיט פאנזי שווינדל אויפגעדעקט

בילד: סעט דעפיאנא


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל