מיסיסיפי – אמעריקאנער מיליטערישע באאמטע האבן נעכטן באשטעטיגט אז זעכצן זעלנער זענען אומגעקומען ווען א פליגער האט אראפגעקראכט מאנטאג שפעט נאכמיטאג העכער א פעלד אין מיסיסיפי. דער "קעי-סי-130" טראנספארט פליגער האט געפירט 15 אמעריקאנער מארינען און איין נעווי זעלנער פון טשערי פוינט, נארט קאראליינע, און איז געווען אויפן וועג צו א מיליטערישער באזע אין על סענטרא, קאליפארניע צו ליפערן וואפנס און אנדערע מיליטערישע געצייגן, ווען פלוצלינג איז דער פליגער פארשוואונדן געווארן פון די ראדארן פון לופט טראפיק קאנטראלירער, און דער פליגער האט אראפגעקראכט אויף א ליידיגן פעלד אין לעפלאור קאונטי, מיסיסיפי, איבערלאזנדיג ברוכווארג אויסגעשפרייט לענגאויס 5 מייל. פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אין א מעסעדזש געשיקט זיינע טרייסט–וואונטשן און מיטגעפיל מיט די פאמיליעס פון די אומגעקומענע זעלנער, און דאס אמעריקאנער מיליטער פארשט וואס האט צוגעברענגט צום טראגישן עקסידענט.

בילד: 16 זעלנער טויט נאך פליגער קראך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל