וואשינגטאן – היינט מיטוואך וועט פארקומען דער ערשטער פארהער אינעם סענאט אויף קריסטאפער רעי (Christopher Wray), וועמען פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט עטליכע וואכן צוריק פאר דער פאזיציע פון עף-בי-איי דירעקטאר, אנצופילן די פאזיציע פון דזשעימס קאומי, וועמען טראמפ האט ארויסגעווארפן. רעי פארמאגט א לאנגיעריגע גלענצנדע קאריערע אינערהאלב דער פעדעראלער רעגירונג, און זיין נאמינאציע איז אויסגעלויבט געווארן דורך עקספערטן פון ביידע זייטן, אבער טראצדעם דערווארט מען אז די סענאטארן, ספעציפיש די דעמאקראטישע, אויפ'ן סענאט יורידישער קאמיטע, וועלן אים שטעלן הארבע פראגעס, אין פארבינדונג מיט די אנגייענדיגע רוסלאנד אויספארשונגען, און צי פרעזידענט טראמפ האט פארלאנגט פון אים צו שווערן טרייהייט, וואס קאומי האט באשולדיגט אז טראמפ האט עס פארלאנגט פון אים. עס איז אויך מעגליך אז רעי וועט האבן אויסצושטיין פראגעס איבער זיין ראלע אלס דער פריוואטער לאיער פון ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי אינעם ברידזשגעיט סקאנדאל.

בילד: עף-בי-איי נאמינירטן'ס פארהער היינט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל