וואשינגטאן – ווי פילע האבן געהאט שפעקולירט, האט סענאט מאיאריטעט פירער, מיטש מעקאנעל, נעכטן געמאלדן אז ער וועט אפשטופן דעם געפלאנטן זומער אורלויב, כדי צו געבן מער צייט פאר די רעפובליקאנער אויסצוארבעטן א נייעם העלט-קעיר ביל און האבן גענוג צייט נאך צו שטימען דערויף. אריגינעל דארף זיך די זומער וואקאציע פון קאנגרעס און סענאט אנהייבן אינעם ערשטן וואך פון מאנאט אוגוסט, אבער מעקאנעל האט עס אפגעשטופט ביז צום דריטן וואך פון אוגוסט. ער זאגט אז ס'זענען פאראן זייער גוטע שאנסן אז די רעפובליקאנער וועלן אויפקומען מיט א בעסערן ביל, וועלכע וועט זיכער מאכן אז מער און מער אמעריקאנער קריגן העלט-אינשורענס און אז מאנאטליכע פרימיומס פאר העלט-אינשורענס וועלן פאלן. מעקאנעל האט געזאגט אז די רעפובליקאנער סענאט פירערשאפט האפט אויף מארגן דאנערשטאג צו האבן פובליצירט א פארטיגן ביל, און מ'וועט עס באלד שיקן צום "קאנגרעס בודזשעט אפיס" פאר אן אפשאצונג, און דערנאך וועט מען ארבעטן צו באקומען די נויטיגע צאל פון 51 שטימען דערפאר אינעם סענאט.

בילד: סענאט פירער שטופט אפ אוגוסט אורלויב

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל