פוילן – זונטאג איז אפגעהאלטן געווארן א צערעמאניע אין ווארשא, וואו עס איז אפגעצייכנט געווארן דער 76'סטער יארטאג פון ווען עס האט פאסירט דער יעדוואבנער פּאָגראָם (Jedwabne pogrom), ווען לאקאלע רוצחים און נאצי קאלאבארירער האבן דורכגעפירט א בלוטיגן פּאָגראָם קעגן דער אידישער געמיינדע אין דער שטאט יעדוואבנע, פוילן, וואס האט זיך געענדיגט מיט'ן פארברענען די קדושים אויף א ברוטאלן פארנעם דורכ'ן זיי אריינשטעלן אין א שטאל הי"ד און דערנאך נעמען די קערפער און איבערבלייבענישן פון די קדושים און זיי באערדיגן אין א מאסן קבר נישט ווייט פון וואו די רציחות זענען פארגעקומען. דער יעדוואבנער פּאָגראָם איז ביזן היינטיגן טאג א שטארקע בושה פאר דער פוילישער רעגירונג, וועלכע פרובירט זינט'ן צווייטן וועלט קריג אראפצומאלן א בילד, כאילו אלע רציחות און ברוטאליטעטן קעגן אידן אין איר לאנד, ביי דער צווייטער וועלט קריג און נאך דער קריג, זענען געטאן געווארן בלויז דורך נאציס און נאצישע שטיצער. איבערלעבער פונעם יעדוואבנער פּאָגראָם און אויך אנדערע באווייזן פונעם פּאָגראָם צייגן אבער קלאר, אז לאקאלע פוילישע גוים האבן דירעקט אנגעפירט דעם פּאָגראָם און די רציחות.


הוסף רשומת תגובה