די ספעיס שיף דזשונאו איז מאנטאג אריבערגעפלויגן נאנט צו דזשופיטער פארענדיגענדיג א 53-טאגיגע אָרביט ארום דזשופיטער.

ס'איז אריבערגעפלויגן דירעקט העכער די גרויסע רויטע פלעק, און אפגעכאפט קלארע בילדער ווי קיינמאל בעפאר. ס'איז אריבערגעפלויגן בערך 5 טויזנט מייל הויך, אויף א שנעלקייט פון 130 טויזענט מייל פער שעה.

בילד: די גרויסע רויטע פלעק אויף דזשופיטער

די רויטע פלעק איז א צייקעלאן שטורעם, 10 טויזנט מייל ברייט, וואס באשעוועט שוין פאר - צום ווייניגסטענס - 187 יאר, מיט ווינטן אזוי שנעל ווי 400 מייל א שעה.

סייענטיסטן האבן אויפגעכאפט, אז אין די לעצטיגע צענדליגער יארן ווערט די שטורעם מער רינדעכיגע און אביסל קלענער. דאס קען אנדייטן, אז ס'קומט צו אן ענדע.

די בילד איז נאך רוי. סייענטיסטן גייען צוזאמען שטעלן די אינפארמאציע פון אלע אינסטרומענטן אויף די ספעיס שיף, צו קענען האבן א בילד מיט אסאך מער דעטאלן.

 א חלק פון די ארטיקל איז גענומען פון זאכליך פון אייוועלט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל