איטאליע – מען שטייט טאקע נאך עטליכע מאנאטן בעפאר'ן יום טוב סוכות, אבער אין א באריכט וועלכע איז נעכטן פובליצירט געווארן, זעט מען אז די היימישע אתרוגים סוחרים זאגן פאר א מעגליכן ערנסטן מאנגל אין יאנעווער אתרוגים, צוליב וואס דער ווינטער סעזאן איז געווען גאר א שווערער אין איטאליע. הרב מנחם לאזאר הי"ו איז א לאקאלער רב אין רוים, איטאליע, וועלכער טוט די ארבעט פאר פילע היימישע אתרוגים סוחרים פון האלטן א נאענט אויג אויף די אתרוגים ביימער אין לויף פונעם יאר, און לויט ווי ער זאגט, האבן זיך אינמיטן ווינטער אראפגעלאזט עטליכע זעלטענע פראסטיגע טעג, און שוין דאן האט ער באקומען טעלעפאן–רופן פון עטליכע פארמער, אז ניינציג פראצענט פון אלע ביימער זענען געגאנגען א גאנג. הרב לאזאר זאגט אז נאכ'ן אליינס אראפפארן באטראכטן די ביימער, האט ער געזען אז ס'איז נישט אזוי געפערליך ווי די פארמער האבן עס געהאט אראפגעגעבן, אבער נאך אלץ זענען דא גענוג ערנסטע שאדנס. די יאנעווער אתרוגים וואקסן אינעם איטאליענער ראיאן באקאנט אלס קאלאבריע, און ארטיגע עקספערטן זאגן אז אזא פראסט איז שוין נישט באפאלן דעם ראיאן העכער 50 יאר, און עס וועט אפעקטירן די אתרוגים ביימער פאר די קומענדיגער דריי-פיר יאר, ביז די ביימער וועלן צוריק שטארק ווערן.

בילד: שווערער מאנגל אין יאנעווער אתרוגים דערווארט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל