מיטל מזרח – די אראבישע מלוכה אין קאטאר האט אונטערגעשריבן אן אפמאך מיט דער אמעריקאנער רעגירונג, אין וועלכע זיי פארפליכטן זיך אנצושליסן אינעם גלאבאלן קאמף קעגן איסלאמיסטישן טעראר. דער אפמאך איז אונטערגעשריבן געווארן בשעת אין קאטאר האט זיך געפונען דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, וועלכער באזוכט אין די טעג אין עטליכע מיטל מזרח לענדער אויף דיפלאמאטישע זיצונגען. טילערסאן'ס דערגרייכונג, אז קאטאר וועט זיך אנשליסן אינעם קאמף קעגן טעראר, קומט אין א צייט וואס קאטאר איז אויסגעשלאסן פון די איבריגע אראבישע גרויסמאכטן, וועלכע האבן אפגעהאקט אלע באציאונגען מיט קאטאר מיט דעם אויסרייד אז ס'איז ווייל קאטאר שטיצט טעראר. טילערסאן'ס קומענדיגער באזוך אין מיטל מזרח וועט זיין אין סאודי אראביע, וועלכע האט ארקעסטרירט דעם גאנצן פלאן אויסצושליסן און איזאלירן קאטאר, און טילערסאן וועט פרובירן צו שליכטן די אנגעצויגנקייט מיט'ן צייגן פאר סאודי אראביע אז קאטאר האט זיך פארפליכטעט צו באקעמפן טעראר.

בילד: קאטאר פארפליכטעט צו באקעמפן טעראר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל