דארפור – היינט מיטוואך וועט די אמעריקאנער רעגירונג מעלדן א לאנג-דערווארטעטן באשלוס, צי די סאנקציעס אויפן אפריקאנער לאנד סודאן וועלן ווערן אראפגענומען. די סאנקציעס אויף סודאן גייען צוריק נאך מיט צוואנציג יאר, ווען אמעריקע איז געוואויר געווארן איבער די מענטשן-רעכט פארלעצונגען און סיסטעמאטישע קארופציע און טעראר וואס בושעוועט אין סודאן, געשטיצט דורך דער רעגירונג. מיט 6 מאנאטן צוריק האט די אמעריקאנער רעגירונג צייטווייליג אראפגענומען עטליכע עקאנאמישע סאנקציעס, נאכ'ן הערן פאזיטיווע אנטוויקלונגען אין סודאן, און היינט מיטוואך וועט קומען א באשלוס צי די סאנקציעס זאלן פערמאנענט ווערן אראפגענומען, נאכדעם וואס סודאן זאגט אז זי האט זיך צוגעשטעלט צו אמעריקע'ס פארלאנגען, מיט'ן אויסראטן קארופציע, קעמפן קעגן טעראר און מענטשן-רעכט פארלעצונגען. סודאן דארף קריטיש צוקומען צו די סאנקציעס-אויפלעזונג, ווייל איר עקאנאמיע פלאגט זיך שטארק זינט 11' ווען דרום סודאן האט זיך אפגעריסן אלס זעלבסטשטענדיג לאנד, און דרייפערטל פון סודאן'ס רייכע אויל קוועלער געפינען זיך אין דרום סודאנעזער טעריטאריע.

בילד: באשלוס איבער סודאן סאנקציעס היינט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל