ניו יארק – דער פאליטישער סקאנדאל איבער א זיצונג וואס פרעזידענט טראמפ'ס זוהן, דאנעלד דזשוניער, האט געהאט מיט א רוסישן קרעמלין-פארבינדעטן לאיער, האט נעכטן צובאקומען פרישע שיכטן, נאכדעם וואס דזשוניער האט אליינס פובליצירט אימעילס וואס ער האט באקומען פון ראב גאלדסטאון, וועלכער האט געסקעדזשועלט די זיצונג. אין די אימעילס זעט מען קלאר וויאזוי גאלדסטאון שרייבט פאר טראמפ דזשוניער אז ער האט פאר אים אינפארמאציע וואס וועט שעדיגן פרוי קלינטאן, און ער שרייבט אים ארויס אז די אינפארמאציע קומט אלס טייל פון א קאמפיין פון דער רוסישער רעגירונג צו העלפן ערוועלן דאנאלד טראמפ אלס פרעזידענט אין אמעריקע.

דעמאקראטן האבן זיך באלד ארויפגעכאפט און געשריגן אז פון די אימעילס זעט מען דאך דייטליך ווי טראמפ דזשוניער האט מסכים געווען צו אקצעפטירן אינפארמאציע פון דער רוסישער רעגירונג, וואס באדייט אז ער האט אקצעפטירט הילף פון רוסלאנד וועלכע האבן געהאט אן אינטערעסע צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן. אבער רעפובליקאנער זאגן אז וויבאלד ביי דער זיצונג מיט'ן רוסישן לאיער האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט אז דער לאיער האט נישט געהאט קיין שום עכטע אנטי-קלינטאן אינפארמאציע איבערצוגעבן, האט טראמפ דזשוניער נישט געטאן גארנישט אומלעגאל.

עטליכע סענאטארן, מיטגלידער פון דער סענאט שפיאנאזש קאמיטע, האבן נעכטן געזאגט אז זיי ווילן נעמען טראמפ דזשוניער פאר א פארהער, און ער האט שוין געזאגט אז ער איז גרייט צו קאאפערירן. פרעזידענט טראמפ האט אויך רעאגירט אין א קורצן סטעיטמענט, אז זיין זוהן דאנעלד דזשוניער איז א "הויך-קוואליטעט" פערזאן.

אין אן אינטערוויו נעכטן נאכט האט דזשוניער געזאגט אז ער האט בכלל נישט דערציילט קיין ווארט איבער דער זיצונג מיט'ן רוסישן לאיער פאר זיין פאטער, און דזשוניער האט מודה געווען אז צוריקקוקנדיג זעט ער איין אז ער וואלט געדארפט טאן געוויסע זאכן אנדערש.

בילד: סקאנדאל מיט טראמפ דזשוניער קריגט פרישע שיכטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל