גאסט עדיטאריעל פון פליקער ד'קאווע שטיבל

איך האב באקומען א בריוו פון די סאטמערע מוסדות, אז די שכר לימוד גייט ארויף גיין מהיום והלאה, צו א שטוינענדע ציפער: דאפעלט וויפיל איך האב באצאלט עד הנה. איך האב קיינמאל נישט באצאלט צו ביליג; איך האב באצאלט דריי מאות פער חודש, און דאס איז חוץ די רויבעריי וואס זיי האבן ביי מיר געפלינדער דורך פארשידענע שיין קלינגעדיגע שלאג-ווערטער, וואס די צד השווה איז אז מען רויבט מיין געלט אוועק, ווי למשל רעגיסטראציע (אמער, זיי ברויכן דאך מיין קינד רעגאסטרירן, און 'יעדער איינער' ווייסט אז רעגאסטרירן קאסט פער קינד שווערע געלטער, און קיינער בלי יוצא ונכנס טאר זיך פין די הייליגע רעגיסטראציע נישט ארויסדרייען), און ועוד צאל איך צוויי חדשים זימער פאר גארנישט, ווייל איך צאל דאך עקסטער פאר קעמפ'ס און מען לערענט מיט די מיידלעך גארנישט.

לאמיר פראבירן צו פארשטיין וואס דא האט פאסירט. איך האב נישט קיין פראגראמען, און איך ברויך צאלן וויפיל עס קאסט, איי געט איט, אבל, אויב קען איך נישט אריינרעדן אין די הנהגה אויף קיין שום חלק פון זייער שפענדינג אפאראט, אדער איך קען נישט מיטהאלטן זייער אינקאם, נישט פון די פראגראמען אדער בוטשער אדער דינער און אנדער שנאר-אפעראטן, קען איך נישט טשאלאנדזשען זייער קאסט. אבער וואס עס איז קלאר ווי די טאג, קען מען דאך נישט לייקענען.

וויפיל צאלן זיי פאר א פערטע קלאס טיטשער לאמיר מאכן א קליינע קאלקולאציע. און א קלאס איז דא מינימום 25 מיידלעך, און די קלאס איז פארהאן צוויי טיטשערס וואס פארדינען 125 א וואך, דאס איז לערך א חודש $1,250. צוטייל עס פער קינד, קומט אויס אז עס קאסט $50 א קינד פער חודש. לאמיר צולייגן נאך $100 פער קינד פאר אלע אנדערע עקספענסעס ווי מנהלים סעקרעטארן פער קינד, דאס איז חוץ וואס כאטש העלפט קינדער האבן וואוטשערס, און זיי לייזן א שיינעם ציפער.

איין מלמד פאר א קלאס קאסט מאקסימום טויזענט דאלער א וואך לכל היותר, און אין א קלאס איז פארהאן ערגעץ צווישן 25 און 30 קינדער. וויפיל קומט עס אויס פער קינד? צווישן $150-$180 פער קינד פער חודש, לאמיר צולייגן נאך אמאל אזויפיל פער קינד צו באצאלן ס'ארימיגע מנהלים אפיס וכו', איז עס דריי מאות.

פאר בילדינג ריפער און מעינטענאנס, באצאלן מיר באזונדער קרן הבנין. פאר באסעס, צאלן מיר די שטרענגע טראנפערטאציע קאסטן.

מיר זענען סאקער'ס, ווייל מיר האבן נישט גערעכנט זייערע אימגעהויערע אינקאם פון מיליאנען פונעם בוטשער, אדער וואס זיי לייזען פון די דאט גאוו (.gov) וואס איז שוין היינט אפענע קארטן, און אנדערע פאנדרעזינג אפעראציעס. וואס איז זייערע וויי געשריי?

וואס איז אינזער וויי-געשריי? וועלן מיר אייך זאגן, איר גנב'ט פון די גאווערמענט, און ווען מען ברענט אייך די פיס, דאן קומט איר קייכען אז מיר זאלן אייך געבען א בעיל-אוט, ווען איר האט זיך געבאָדן אין געלט, האט איר נישט מיטגעטיילט אייער אימגעהויערע רווחים מיט אונז, איך האב נישט פארלאנגט קיין דיסקאונט, נאר בעסערע טיטשערס, נארמאלערע מלמדים. די טיטשערס זענען דרייצענטע קלאס מיידלעך וואס זענען נישט ווערט קיין דזשאב, און קיינעם אינטערעסירט די וואוילזיין און עדיוקעישן פון די קינדער. האט איר געמאכט זיכער אז די מיידלעך ווערן באצאלט עפעס ווי די פוילישע גויטע וואס ארבייט דארט א פייג. עס איז דאך א כבוד צי זיין א מחנכת. ווייסט איר אז יעדע מיידל ברויך חתונה האבן, און צאלן רענט? האט איר זיך מיט זיי גערעכנט אין די פעטע יארן?

איצט יאמערט עטץ, ווען געלט האט זיך געגאסן, האט איר געשווענדעט אויף אימנויטיגע עקספענסעס, ווי אויפבויען בנינים פאר אומגעהויערע מיליאנען, איר האט געשאפען צוויי ביז דריי מאל וויפיל עס האט געקאסט דורך די מעכטיגע שנאר אפעראטן. האט דער טאטע עפעס געלייזט דערפון? איז דאס א חלק פונעם חשבון וואס איר גיבט? אדער לאמיר בעסער דערפון נישט רעדן.

ווי קענען די מוסדות זיין אזוי הארט-נעקיג צי די טאטעס וואס מוטשען זיך צי צאלן פאר די אן-א-שיעור קינדער וואס זיי ברענגען אראפ, בלויז ווייל מען ברויך האבן ביטחון אז דער באשעפער וועט זיי העלפען? ווי איז זייער ביטחון אז דער רבי זצ''ל וועט זיך מיען בעלמא דקשוט און סאטמער וועט קיינמאל נישט אונטערגיין? ווען זיי וואלטן עס געמיינט ערענסט, וואלטן זיי זיך אינטערעסירט וויפיל רענט אדער מארגעדזש מען צאלט דא, און נישט אריין געלאזט קיין קינדער פון עלטערען וואס ברויכן טוהן כל דבר אסור כדי צי קענען דערשטרייטן דעם שטאט דא. זיי וואלטן ווען זיך גערעכנט מיט די פאקטן אז מען קען נישט לעבען דא, און נישט געהויבן די פרייזן כדי זיי זאלן קענען אויסצאלן דעם רבין'ס חובות.

יעדער איינער ווייסט, אז וואס סאטמער טוט טאנצען אלע מוסדות נאך, גענוי ווי עס האט פאסירט ביי די מצה בעקעריי און טראנספארטעשאן. יעדער קוקט וואס זיי טוען, און אלע מוסדות טאנצען גלייך נאך, מיט רעכט. דאס איז דאך די פרייז... טראגן זיי א עקסטערע אחריות, ווען זיי שינדען די הויט, אז אלע גייען טון דאס זעלביגע.

מיר ברויכן פאדערען א וועד ההורים. מיר ווילן וויסן וואס דא טוט זיך יא, גענוי ווי אלע אנדערע סקול'ס האבן, א פערענט באדי, וואס ערוויילט א בארד, און זיי וועלן פייטן מיט די אפיציעלע יו-טי-עי גנבים וואס ברעכען אונטער. זעהן וואס עס גייט באמת פאר.

די וועד ההורים זאל זיין באויפטראגט אויף יעדע נייע תקנה וואס קומט ארויס, צי זעהן אויב די טאטעס זענען מסכים דערמיט, אדער עס איז נאר פון די כאפטע סיקרוקים און עקסטרעמיסטן וואס האבן פארדרייט דעם רבין זז''ג'ס קאפ. זיי ברויכן זיך רעכענען מיט די טויזענטע טאטעס וואס האלטן אנדערש ווי די פרימאקעס וואס דרייען זיך ארום פראנק און פריי צי טוהן וועלכע תקנה עס פאלט זיי איין.

און ווען מיר וועלן שפירן באקוועם אז אונזער שטימע וועט דערהערט ווערן, און מיר וועלן שפירן אז עס איז פארהאן א געהעריגע חשבון, און א נארמאלע פאנדרעזינג אפעראט צי נעמען פון עשירים יותר מכפי יכלתם, דאן וועט די לעצטע אפציע זיין העכערן עטוואס די שכר לימוד. ווייל מען קען נישט דאפלען די שכר לימד אינמיטן די שפיל, ווען מיר האבן שוין אנגעפלאנצט אזוי סך, מיטן חשבון וויפיל שכר לימד גייט קאסטען.

 בילד: יו-טי-עי ד'סאטמאר וויליאמבורג

בילד: יו-טי-עי ד'סאטמאר וויליאמבורג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל