די וויליאמסבורגער איינוואוינער האבן נעכטן באקומען גוטע נייעס, הערנדיג אז די ניו יארק סיטי סאניטאציע דעפארטמענט גייט רעדוצירן די טעג פון ״אלטערנעיט סייד פארקינג״ רעגולאציעס אינעם גאנצן ראיאן. דער באשלוס איז געמאכט געווארן נאכדעם וואס די סאניטאציע באאמטע האבן אנערקענט אז די וויליאמסבורגער גאסן ווערן געהאלטן ריין, קען דעריבער געטוישט ווערן דער סקעדזשועל פון מיסט זאמלונג, וואס באדייט אויטאמאטיש א טויש אין ״אלטערנעיט סייד פארקינג״ וואס פלאגט אזוי די מאסן איינוואוינער. לויט די באאמטע, וועט דער טויש איינגעשטעלט ווערן צעביסלעך אין לויף פון די קומענדיגע מאנאטן, און דער טויש וועט ברענגען אז די רעגולאציעס, וואס זענען ביז היינט איינגעשטעלט אויף 4 טעג א וואך, צוויי טעג פער זייט פון יעדער גאס, וועלן נאר זיין אין קראפט 2 מאל א וואך, איין טאג פּער זייט.

בילד: פאזיטיווער טויש אין אלטערנעיט סייד פארקינג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל