ניו יארק סיטי – נעכטן אינדערפרי האבן די ניו יארק סיטי טורמע אויטאריטעטן געמאלדן אז א דראמא וואס האט זיך אפגעשפילט אויף רייקערס איילענד אינזל אין דער ארטיגער טורמע, מיט אן אנטלאפענעם ארעסטאנט, איז געקומען צו א פרידליכער ענדע. דער ארעסטאנט, אידענטיפיצירט אלס דער יוגנטליכער נאקואן הילל וועלכער זיצט ארעסטירט פאר רויבעריי, איז אנטלאפן פון דער טורמע מיטוואך פארנאכטס נאכדעם וואס די וועכטער האבן זיך פארקלאצט און ער איז געגעבן א שפרינג איבער א צוים. די גאנצע טורמע איז געשטעלט געווארן אויף לאקדאון, און א מאסיווע זוכעניש איז אונטערגענומען געווארן, מיט שפעקולאציעס אז דער פארשוין געפינט זיך אינעם וואסער און שווימט קיין מאנהעטן. למעשה האט מען אים אפגעפונען דריי אזייגער דאנערשטאג פארטאגס, און פאליציי זאגן אז ער האט ניטאמאל געהאט פארלאזט רייקערס איילענד, נאר זיך געדרייט אינדרויסן פונעם טורמע קאמפלעקס.

בילד: דראמא אויף רייקערס איילענד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל