קאלאמבוס – דער פאטאלער אינצידענט וואס האט פאסירט מיטוואך נאכט אויף א רייד אין אן אהייא סטעיט זומער פארק, איז נעכטן נאך אלץ געווען אין די נייעס, מיט פארשידענע אויפדעקונגען און אנטוויקלונגען, אריינגערעכנט דאס אז סטעיט אינספעקטארס וועלכע האבן איבערגעקוקט אלע ריידס בעפאר'ן געבן ערלויבעניש צו עפענען דעם פארק פאר'ן פובליק, האבן עטליכע מאל איבערגעקוקט דעם רייד אויף וועלכן דער אינצידענט האט פאסירט, זייענדיג אומזיכער צו ס'איז גענוג שטארק געבויט און דויערהאפטיג, און נאר נאכ'ן איבערגיין עטליכע מאל די דעטאלן פונעם רייד, האבן זיי געגעבן דעם "אקעי," ממש געציילטע שטונדן איידער דער פארק איז געעפנט געווארן פאר'ן פובליק. למעשה זענען עטליכע זיצן אראפגעפלויגן פונעם רייד אינמיטן פליען, און איינער איז ל"ע אומגעקומען און עטליכע אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן. נעכטן האט מען אויך געהערט פון דער האלענדישער פירמע, וועלכע פאבריצירט דעם רייד, אז זיי קאאפערירן מיט די אמעריקאנער אויספארשער און זיי האבן דערווייל סוספענדירט דאס פאבריצירן די ריידס.

בילד: אויספארשונג איבער פאטאלע אהייא רייד

זעה ווידיא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל