וואשינגטאן – קאנגרעס האט נעכטן באשטעטיגט א מאסיווע שפענדונג ביל פון 788 ביליאן דאלער, וועלכע אנטהאלט אויך 1.6 ביליאן דאלער אויף אנצוהייבן בויען פרעזידענט טראמפ'ס קאנטראווערסיאלע מאסיווע גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא. די 788 ביליאן דאלערדיגער שפענדונג ביל גייט בעיקר גיין פאר'ן פענטאגאן און וועט העלפן די רעפובליקאנער פארפולקאמען עטליכע קאמפיין פארשפרעכונגען, אריינגערעכנט דאס אז וועטעראנען וועלן באקומען א 5 פראצענטיגע העכערונג אין בענעפיטן, און אויך אלע איינגעשריבענע באצאלטע אמעריקאנער זעלנער וועלן באקומען 2.4 פראצענט העכערונג אין זייערע געהעלטער. אויסער דעם וועט עס אויך דעקן די קאסטן פאר פערצן פרישע עף-35 פליגערס, וואס פענטאגאן באאמטע האבן שוין עטליכע מאל קלארגעשטעלט אז עס פעלט בכלל נישט אויס, און צוויי נייע מיליטערישע שיפן פאר די נעווי.

בילד: קאנגרעס באשטעטיגט פענטאגאן בודזשעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל