קאליפארניע – דער עמעזאן גרינדער און פירער, דזשעף בעזאס, איז נעכטן פאר עטליכע שטונדן אינעם טאג אפיציעל געווען דער סאמע רייכסטער אינדיווידועל אין דער וועלט, מיט א געשאצטע ווערד פון 90.8 ביליאן דאלער. די אנטוויקלונג איז געווען א גרויסע סענזאציע, וויבאלד שוין לאנגע יארן וואס דער מיקראסאפט ביליאנער, ביל געיטס, איז דער רייכסטער. עס האבן זיך באלד אנגעהויבן שפעקולאציעס און אנאליזן אז די נייעס צייגט די מאסיווע וואוקס און מאכט פון עמעזאן, און אז בעזאס וועט נישט אזוי שנעל אראפפאלן פון דער פאזיציע – אבער דאס אלעס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס אומריכטיג, ווען עמעזאן האט פובליצירט אירע באריכטן פונעם צווייטן פערטל יאר, און עס צייגט אז זיי האבן בלויז פארדינט 197 מיליאן דאלער פראפיטן אויף פארקויפונגען אין ווערד פון 38 ביליאן דאלער. 197 מיליאן דאלער פראפיט איז מיט 77 פראצענט ווייניגער ווי די 857 מיליאן דאלער פראפיט וואס עמעזאן האט פארדינט אינעם צווייטן פערטל פון פאראיאר, און דאס האט געברענגט אז עמעזאן סטאקס זאלן שטארק פאלן. דער פארלוסט אין סטאקס באדייט זיכער אז בעזאס'ס פריוואטע פארמעגן ווערד איז אויך געפאלן, נעמענדיג אין באטראכט אז בעזאס פארמאגט 80 מיליאן שעירס אין זיין פירמע.

בילד: עמעזאן פירער צייטווייליג רייכסטער מענטש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל