בילד: רעפובליקאנער אבאמאקעיר צירקוס דורכגעפאלן
וואשינגטאן – א פאליטישער צירקוס וואס די רעפובליקאנער אינעם סענאט האבן נעכטן דורכגעפירט איבער אבאמאקעיר, איז דורכגעפאלן. פילע דעמאקראטישע פאליטישאנס, בעיקר ליבעראלע, זענען פארנומען שטענדיג צו זאגן אז זיי האלטן אז מ'דארף איינשטעלן א "סינגל פעיער" העלט קעיר סיסטעם אין לאנד, וואס באדייט אז די פעדעראלע רעגירונג שטעלט צו פאר יעדן איינעם העלט-אינשורענס, ווי אין קאנאדע, ענגלאנד און אנדערע לענדער, און אין די יעצטיגע טעג, ווען דער סענאט טוט דעבאטירן די אישו פון העלט-קעיר און פירט דורך פארשידענע אפשטימונגען דערויף – וואס דערווייל איז יעדע איינס דורכגעפאלן – האבן עטליכע רעפובליקאנער באשלאסן אז זיי גייען דרוקן די דעמאקראטישע סענאטארן צו דער וואנט, דורכ'ן אויפברענגען אן אמענדמענט וועלכע וואלט איינגעשטעלט א "סינגל פעיער" סיסטעם אין לאנד. די רעפובליקאנער האבן געוואלט זען צי די דעמאקראטישע סענאטארן זענען טאקע גרייט צו האבן אויף זייער רעקארד אז זיי האבן געשטימט פאר אזא געזעץ, אבער בערני סענדערס, א הויפט שטיצער פון "סינגל פעיער" האט גלייך געזאגט אז ער וועט נישט פאלן פאר'ן שפיל. עווענטועל ווען עס איז אויפגעברענגט געווארן, איז עס דורכגעפאלן, ווען קיין איין איינציגער סענאטאר האט נישט געשטימט "יא" און 57 האבן געשטימט "ניין". 5 דעמאקראטן זענען געווען צווישן די "ניין" שטימען, און 43 דעמאקראטן האבן בלויז געשטימט "אנוועזנד".


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל