וואשינגטאן – ווידעראמאל טוט זיך דראמא אין ווייסן הויז, און דאסמאל איז עס נישט סתם באריכטן פון אנאנימע קוועלער, נאר די קריג שפילט זיך אפ פארנט פון אלעמענס אויגן - ווי שוין נעכטן באריכטעט, ווען דער נייער ווייסער הויז קאמיוניקאציע דירעקטאר, ענטאני סקאראמוטשי, טוט עפנטליך אטאקירן און בארעדן דעם ווייסן הויז שטאב הויפט רעינס פריבוס. סקאראמוטשי האט אומדירעקט געלאזט הערן דאנערשטאג אינדערפרי אז ער גלייבט אז פריבוס שטייט אונטער די אלע ליעקס פון אינערליכע אינפארמאציע פון ווייסן הויז, און ער האט געמאלדן אז ער האט זיך שוין פארבינדן מיט די עף-בי-איי אויסצופארשן די פאראנטווארטליכע ווייסע הויז איינגעשטעלטע. סקאראמוטשי האט שפעטער געלייקנט און געזאגט אז ער האט בכלל נישט געמיינט צו באשולדיגן פריבוס, אבער דאן האט סקאראמוטשי ווידער אפן אטאקירט פריבוס, זאגנדיג ציניש אז ער און פריבוס זענען "ווי ברידער, ממש ווי קין און הבל" (יעדער ווייסט וואס קין האט געטאן צו הבל...). אין אן אינטערוויו מיט'ן "ניו יארקער", דאנערשטאג נאכמיטאג, האט סקאראמוטשי שוין זיך גארנישט צוריקגעהאלטן, אטאקירנדיג פריבוס אלס א "פארשוין אנגעפילט מיט נארישע סקיצאפרעניע און פאראנויע", סטראשענדיג אז טראמפ גייט אים אט הייסן רעזיגנירן.

בילד: בירגער קריג צווישן סקאראמוטשי און פריבוס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל