לאנדאן – די אלגעמיינע אידישע "קאמיוניטי סעקיוריטי טראסט" גרופע האט פובליצירט א באריכט אין וועלכע זיי ברענגען סטאטיסטיקס פון אנטיסעמיטישע אינצידענטן וואס האבן פאסירט אין ענגלאנד אין די לעצטערע מאנאטן, און דער באריכט צייגט אז אין די ערשטע זעקס מאנאטן פונעם גוי'אישן קאלענדער-יאר 17' האבן פאסירט 767 אנטיסעמיטישע אינצידענטן, וואס איז א רעקארד ציפער און איז מיט דרייסיג פראצענט מער ווי די 589 וואס האבן פאסירט אין די ערשטע זעקס מאנאטן פון יאר 16'. די גרופע ברענגט ארויס אז דאס באדייט אז עס זענען געווען מער ווי 100 אינצידענטן יעדן איינציגן מאנאט, וואס דאס האלט שוין אן זינט אפריל פאראיאר אז יעדע מאנאט פאסירן מער ווי 100. די גרופע זאגט אז די גרעסטע פראצענט פון די אינצידענטן אין די לעצטע זעקס מאנאטן זענען געווען ווערטערליכע טשעפערייען, אבער עס זענען אויך געווען אכציג ווילדע איבערפאלן און אטאקעס אין די זעקס מאנאטן.

בילד: הויכע אנטיסעמיטיזם ציפערן אין ענגלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל