אילינאי – אידישע איינוואוינער אין שיקאגא, אינאיינעם מיט אנדערע שטעט אין אילינאי, האבן באקומען גוטע נייעס אין די לעצטערע טעג, ווען זיי האבן געהערט אז די סטעיט רעגירונג וועט ווייטער דעקן די טראנספארטאציע קאסטן פאר די ארטיגע מוסדות התורה. מיט צוויי יאר צוריק האט זיך די סטעיט אילינאי דערזען אין ערנסטע בודזשעט פראבלעמען, און נישט וועלנדיג גיין באנקראט, האט מען דורכגעפירט טיפע שניטן אינעם סטעיט בודזשעט, וואס צווישן די שניטן איז אויך געווען דאס וואס די רעגירונג דעקט די געלטער פאר טראנספארטאציע פון פריוואטע שולעס, אריינגערעכנט מוסדות התורה. אין די לעצטע צוויי יאר האבן עלטערן פון קינדער אין אלע מוסדות אין די סטעיט געדארפט אדער אליינס פירן די קינדער אין חדר/סקול, אדער צאלן די גרויסע קאסטן פון דער פריוואטער צוגעשטעלטער טראנספארטאציע, אבער אצינד צוויי יאר שפעטער האט זיך שוין דער סטעיט בודזשעט ערהוילט, און די אילינאי סטעיט לעגיסלאטור האט באשטעטיגט א בודזשעט, אין וועלכע עס ליגט א גרענד פון מער ווי א מיליאן דאלער פאר דער טראנספארטאציע פאר מוסדות התורה.

בילד: גוטע נייעס פאר שיקאגאער אידן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל