וואשינגטאן – די פעדעראלע "עסנווארג און מעדיצין" אגענטור האט באשטעטיגט א נייע באהאנדלונג פאר פאציענטן מיט ערנסטע באקטעריע הויט אינפעקציעס. די מעדיצין ווערט ערצייגט דורך דער פריוואט-אנגעפירטער פירמע, מעלינטא פארמאסיוטיקאלס. די מעדיצין, בעקסדעלא, איז געמאכט צו באהאנדלען הויט און הויט-סטרוקטור אינפעקציעס, וואס ווערן פאראורזאכט דורך א רייע באקטעריעס, אריינגערעכענט די שעדליכע "מורסע" באקטעריע וואס איז ווידערשטאנדיג צו א רייע אנטיביאטיקס. די מעדיצין באלאנגט צום קאטעגאריע פון "פלוראוקווינאלאון" אנטיביאטיקס, וועלכע ווערן גענוצט פאר א ברייטע רייע פון אינפעקציעס. די סארט אנטיביאטיקס ווערן געווענליך געגעבן דורך אן איינשפריץ. די בעקסדעלע מעדיצין קען געגעבן ווערן דורכ'ן מויל און אויך דורך אן איינשפריץ.

בילד: נייע אנטיביאטיק פאר הויט אינפעקציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל