רוים – פאליציי אין א שטאט אין צפון איטאליע האבן זיך געהאט צו ספראווען מיט צוויי "דאנאלד טראמפס" וועלכע האבן דורכגעפירט א רויבעריי אויף עטליכע ארטיגע בענק. די רויבערייען זענען דורכגעפירט געווארן אין לויף פון געציילטע טעג, און ווען די פאליציי זענען גערופן געווארן צו יעדע איינס פון די סצענעס, זענען זיי איבערראשט געווארן צו זען אז אויף די סורוועילענס קאמערעס זענען אויפגעכאפט געווארן וויאזוי צוויי פארשוינען געקליידעט אין מאסקעס פונעם געזיכט פונעם אמעריקאנער פרעזידענט, פירן דורך די גניבות. די פאליציי האבן זיך געטראפן מיט א פראבלעם, אבער האבן שנעל באוויזן צו באקומען אנדערע סורוועילענס קאמערעס פון ארום די בענק, און געזען וויאזוי די צוויי קליידן זיך אן אין די מאסקעס, אויפכאפנדיג זייערע געזיכטער, און מען האט זיי עווענטועל ארעסטירט. עס איז נישט קלאר צי די צוויי, וועלכע זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס ברידער, גלייכן דעם אמעריקאנער פרעזידענט און האבן אנגעטאן זיינע מאסקעס אים צו באעהרן, אדער גאר פארקערט...

בילד: צוויי "טראמפס" בארויבן איטאליענער בענק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל