פענסילוועניע – א ניי געזעץ איז דורכגעפירט געווארן אין פילאדעלפיער סיטי קאונסיל, וועלכע שטעלט אוועק נייע און פיל הארבערע שטראפן איבער וואנדאליזם אויף מציבות, אידישע און נישט-אידישע. דאס געזעץ איז אויפגעברענגט געווארן אלס דירעקטער רעזולטאט פון דעם וואס דער הר הכרמל בית החיים אין פילאדעלפיע איז וואנדאליזירט געווארן מיט 4 מאנאטן צוריק, ווען וואנדאלן האבן אומגעווארפן און צעבראכן מער ווי 150 מציבות. יענער אינצידענט האט באקומען גאר א סאך נאציאנאלע אויפמערקזאמקייט, אריינגערעכנט אז נישט-אידן זענען געקומען העלפן אויפהייבן און פאררעכטן מציבות, און עס איז אויך געזאמלט געווארן מער ווי א פערטל מיליאן דאלאר איבער׳ן לאנד צו פינאנצירן דאס איינשטעלן בעסערע זיכערהייט מאסנאמען ביים בית החיים. דאס נייע געזעץ קלארט אויס וועלכע שטראפן בית החיים וואנדאליזם וועט ברענגען, און זאגט אז פאר׳ן וואנדאליזירן מציבות, וועט מען דארפן צאלן א שטראף פון 2 טויזנט דאלאר פער געשעדיגטע מציבה, און אויב ווערט מען געכאפט א דריטע מאל ביי אזא אקט, איז דער שטראף 30 טעג טורמע.

בילד: הארבערע וואנדאליזם שטראפן אין פילאדעלפיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל