אוקראַינע – וואנדאלן האבן אויפגעגראבן א אידישן מאסן קבר אין דער שטאט סימפעראפּאל, קרים, דער האלב-אינזל וואס רוסלאנד האט אפאר יאר צוריק פארכאפט פון אוקראַינע. דער מאסן קבר באשטייט פון א פאר הונדערט אידן וועלכע זענען אומגעברענגט געווארן ביים צווייטן וועלט קריג דורך די נאציס ימ"ש און זייערע לאקאלע אוקראַינער קאלאבארירער, וואס בשעת די נאציס ימ״ש האבן דארטן אינוואדירט, האבן געוואוינט מער ווי 12 טויזנט אידן אין סימפעראפּאל אליינס, און רוב זענען אומגעברענגט געווארן ביי די ברוטאלע מאסן שיסערייען. דער יעצטיגער אינצידענט איז שוין דאס צווייטע מאל אין די לעצטע פינף יאר וואס וואנדאלן אין קרים גראבן אויף אידישע מאסן קברים, און אנאטאלי גענדין, א ווארטזאגער פון אן אלגעמיינע ארגאניזאציע וואס רעפרעזענטירט לאקאלע אידן אין קרים, זאגט אז די וואנדאלן גראבן אויף די קברים צו טרעפן מעגליכע צירונג און אנדערע טייערע חפצים, און די עסקנים ארבעטן יעצט מיט די לאקאלע רעגירונגען ארויפצוגיסן צעמענט אויף די מאסן קברים, כדי צו מאכן שווערער פאר וואנדאלן עס צו פארשוועכן.
הוסף רשומת תגובה