קיעוו – די אוקראַינישע שפיאנאזש באאמטע האבן נעכטן באשולדיגט אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער דער מאסיווער סייבער אטאקע וועלכע האט פאריגע וואך באטראפן גרויסע טיילן פון אוקראַינע, זאגנדיג אז פארשידענע צייכנס וויאזוי די סייבער אטאקע איז דורכגעפירט געווארן, אריינגערעכנט אויף בענק, עי-טי-עם מאשינען, אפיס געביידעס און גרויסע געשעפטן, זענען גאר ענליך צו אנדערע סייבער אטאקעס אין די לעצטע יארן, וואס מ'ווייסט קלאר אז רוסלאנד האט יענץ דורכגעפירט. די אוקראַינישע באאמטע זאגן אויך, אז ווי עס האט אויסגעזען פון דער פרישער אטאקע, זענען די העקערס נישט געווען אינטערעסירט צו פארדינען געלט דורכ'ן באקומען געלטער פון מענטשן צוריק אויפצושפארן זייערע געהעקטע פארשפארטע פיילס, וואס איז נאך א באווייז אז די העקערס האבן בלויז געוואלט כאאס אין אוקראַינע. איגאר מאראזאוו, א רוסישער פארלאמענט מיטגליד, האט אוועקגעמאכט די באשולדיגונגען אלס פיקציע, זאגנדיג אז רוסישע ביזנעסער זענען אויך באטראפן געווארן און זיכער איז אמעריקע געשטאנען אונטער דעם.
הוסף רשומת תגובה