לאנדאן – די בריטישע "טעלעגראף" פובליקאציע האט נעכטן באריכטעט, אז די ארטיגע רעגירונג האט געלאזט וויסן פאר גרויסע ביזנעס און אינדוסטריע פירער אין לאנד, זיי זאלן דערווארטן אז פרעמיער מיניסטארשע, טעריסא מעי, וועט פארלאזן דעם ברעקזיט פארהאנדלונגס טיש מיט די אייראפעאישע פאראיין פארשטייער. די ביזנעס פירער זענען אנגעזאגט געווארן אז זיי זאלן זיך נישט שרעקן פון מעי'ס פארלאזן די געשפרעכן, ווייל דער ציל דערפון וועט בלויז זיין א פאליטישער צירקוס צו הייבן דעם מאראל פונעם בריטישן פאלק, זיי זאלן זיך שפירן פארזיכערט אז זייער רעגירונג לאזט זיך נישט טרעטן פון די אייראפעאישע יוניאן פירשפרעכער, נאר נעמט זיך אן פאר ענגלאנד'ס רעכטן צו פארזיכערן אז מען באקומט א גוטן ברעקזיט דיעל. לויט'ן טעלעגראף, וועט מעי "פארלאזן" דעם פארהאנדלונגס טיש אויב די אייראפעאישע יוניאן באאמטע וועלן נאכאמאל אויפברענגען א פארלאנג אז ענגלאנד זאל צאלן א שטראף פון 110 ביליאן יורא פאר'ן פארלאזן דעם יוניאן.

בילד: מעי וויל סטראשען ביי ברעקזיט געשפרעכן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל